זונטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקהל=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים עזרא ברוינער,
און לבן הנולד אצל ר' משה ארי' ג'ברא,
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ו'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די בית השחיטה המהודרת, און אינעם בית האופה דקהלתינו הק'.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' רפאל דוד ג'ברא און ר' דניאל אברהם ניווח אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' איסר יודא בערגער און ר' גדלי' סעגעדין אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרה"ג רבי חיים פייוויל שנעבאלג שליט"א גאב"ד מאנטשעסטער, ואב"ד אברכים מאנסי.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות און רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן, און דערנאך האט אים רבינו שליט"א ארויס באגלייט ביזן טיר.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל חיינו, אינאיינעם מיטן מגיד מישרים הר"ר משה בלויא שליט"א וועלכע האט היינט אויפגעטרעטן אין די סעריע פון שיעורים וואס קומט פאר אין די וואכן, און ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א גרוס פאר רבינו שליט"א איבער די דערהויבענע שבת התוועדות פון חברי קהלתינו הק' פון וומ"ס בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א ווי ער האט זיך באטייליגט און אויפגעטרעטן.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יוסף משה אונגאר און ר' משה אליעזר כ"ץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
פאר מעריב האט רבינו שליט"א געצינדן ליכט לרגל די יומא דהילולא פון חותנו מרן בעל ישועת משה מוויזניץ זצ"ל.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~