שבת קודש פרשת כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת כי תשא
ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת עטה"ק בעיר צפת.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב האלענדער - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי תשא את ראש בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אי דרשינן 'את' או לא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר - וומ"ס.
ברכת המזון: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן חידושי הרי"ם וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ג אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן.
נאך קה רבון עלם האט רבינו שליט"א געהייסן זינגען די פיוט פון אור פניך וועלכע מען זאגט שבת שקלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל מנחם אפעל.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יודל בערקאוויטש - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן - משב"ק.
לוי: הרה"ח ר' שמחה גליקמאן - אנטווערפען.
שלישי: החתן יעקב אליעזר ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש - באווארפען.
רביעי: החתן אברהם הערש ב"ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש.
חמישי: החתן יחזקאל ב"ר יואל איידליס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יושע שטיין.
שביעי: החתן חיים ב"ר משה ארי' גוטמאן.
אחרון: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא.
מפטיר הרה"ח ר' העניך קרויס.
הגבה הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש.
גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו במאנסי.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שמואל איידליס.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה בר"י קויפמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקעל.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' מאיר אפרים גראהמאן.
שלישי: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א - ירושלים בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א - חדב"ן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' צבי יהודה ווייס - אנטווערפען.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק כי תשא את ראש בני ישראל און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם עבודת ישראל אז עס שטייט אז ווען מען טוט תשובה מיראה ווערן די עבירות שגגות און ווען מען טוט תשובה מאהבה ווערן די עבירות זכיות, זאגט דער הייליגע קאזניץ'ער מגיד זי"ע אז בזמן הזה ווען מען געפינט זיך און דעם ביטערן גלות איז אפילו מען טוט נאר תשובה מיראה ווערן די עבירות זכיות, און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי התחזקות אז מען זאל וויסן די גרויסקייט אפילו פון תשובה מיראה דא אין דעם ביטערן גלות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל זוכה זיין צו האבן א אמת'ן הירהור תשובה און זוכה זיין תשובה צו טוהן אפילו מיראה און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל נחמי' הירש - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש - וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם הערש ב"ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר יוסף לייב קאהן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
נאך הבדלה האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל די מסע הקודש קיין מאנטשעסטער די וואך דינסטאג הבעל"ט.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
א גוטע וואך.
~🌴~