מיטוואך נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן יוסף קליין הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד האפמאן הי"ו.
ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל צום ישיבה,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און זכרונות פון הרה"צ רבי איתמר'ל מנאדבורנא זצ"ל אין אמעריקע,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א איבערגעגעבן ספרו נהרי הלכה פאר רבינו שליט"א.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א אפצונעמען א ברכת מזל טוב לרגל הולדת בנו /נכדו למז"ט, ולרגל שמחת אירוסי נכדתו למז"ט הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה ב"פ.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~