דינסטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מאיר מרדכי גלאנצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד משה ני"ו בן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ''ס שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג לך, עב"ג החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~