מיטוואך תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר יושע עקשטיין,
און לבן הנולד אצל ר' שמואל הערשקאוויטש,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל פריעדמאן.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעהן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל גאטליעב און ר' יואל בר"ש פריעדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלעזר אלימלך פארגעס און ר' משה מרדכי גרינפעלד אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק' אויף די המספיק גאס, ווי דער רבי האט באשיינט די שבע ברכות וואס איז געווארן צוגעשטעלט לכבודו פון דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און פאר הרה"ג ר' ארי' אשר שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:20 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~