דינסטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין בית מרדכי אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' בהנהלת הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א.
ביים אנקומען האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ג' ד' ה' בהנהלת הר"ר פישל קויפמאן שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים און די קינדער, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז היינט איז די יארצייט פון משה רבינו און מען דארף זען צו איינהאלטן די תורה וואס משה רבינו האט געגעבן און צו לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, און דער רבי האט געהייסן פאר די מלמדים זאלן אויסטיילן די שריים פאר די קינדער.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ו' ז' ח', ווי די קינדער האבן צום ערשט געזינגען עטליכע ניגונים, און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים און די קינדער, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער טוהן חסד איינער מיטן אנדערן מיט א גוט ווארט וכדומה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריין געפארן קיין וויליאמסבורג צו קבלת קהל.
ביים אנקומען קיין וויליאמסבורג האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' בערל גראס ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד בן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט אפגעשוירן די האר און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן אבי הילד הרב מרדכי יודא שליט"א און פאר בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און די גאנצע משפחה.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:50, און נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 1:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~