מאנטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט א תהילם שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק א'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יעקב ווערצבערגער הי"ו - און ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אלכסנדר יקותיאל לאנדא הי"ו - און הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג הי"ו, - מו"צ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו. אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמעי קעסלער און ר' חיים משה ביטמאן,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:10, און נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 12:20
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הנהלת התאחדות אברכים דקהלתינו הק' מאנסי, אינאיינעם מיט די ראשי הקהלה, אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א אפנעמן ברכת קודש לקראת די יערליכע מלוה מלכה דעם קומענדיגן מוצאי שבת.
רבינו שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די אקטיוויטעטן, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' פינחס ווינד שליט"א, דיין ומו"ץ בק"ק בעלזא, ויו"ר בית הוראה לעניני ריבית, ווי דער דיין האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א זיינע חיבורים בהלכות ריבית, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגער שמועס, רבינו שליט"א האט מעניק געווען ברכת קדשו, און געגעבן במתנה ספרו לב אהרן.
א גוטע נאכט.
~🌴~