זונטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט א תהילם שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב'
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 3:00 זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א תלמידי ישיבת אהל תורה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק ועידוד פאר די בחורים.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שמואל מאיר לעווי, - ר' אהרן קרויס, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' וומ''ס שכונות
קעסקעיד, - הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 9:20 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' בערל גראס ז"ל ביים ביה"ח דקהלתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~