שבת קודש פרשת תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת תרומה
ארום 5:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל זיבענבערגען
בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מאיר סימאן.
מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא יש אם למסורה
קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער.
ברכת המזון: הר"ר אברהם עקשטיין שליט"א אב"ד בואנעס איירעס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות פון גארליצער רב וואס די יארצייט געפאלט דעם ר''ח אדר
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף דוד כוואן שליט''א ראש הכולל בארגענטינע.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים משה גראסבערג.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר מענדל כהנא.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר''ר שלמה אלימלך שטיין שליט'א.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
כהן: החתן יוסף לייב ב"ר אשר מענדל כהנא - באווארפן.
לוי: החתן אלטר ברוך ב"ר שמואל מאיר לעווי - באווארפן.
שלישי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר שלמה אלימלך שטיין - באווארפן.
רביעי: החתן אברהם ב"ר יוסף לייב זילבערשטיין -
חמישי: החתן אשר ארי' ב"ר יושע שמואל ווידער.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל פאלטשעק.
ר' יום טוב לעווי.
ר' יואל פערל.
ר' אשר אנטשל ניימאן. הוספה: החתן שמואל מרדכי ב"ר משה מנחם שלעזינגער. אחרון: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר אלימלך שווארטץ.
גלילה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן פרענקל.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' דניאל בוכינגער
מען האט געענדיגט ארום 12:15
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:45
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יוסף לייב זילבערשטיין.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יצחק אייזיק שטיין.
כהן: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא - מאנטריאל.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליב.
שלישי: הרה"ח ר' ישראל דוב שטיין דומ''ץ בקהלותינו וומס''ב
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפ
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', האט דער רבי נאכגעזאגט פון בעש"ט אז עס שטייט אז 'בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומר שובו בנים שובבים',
און דער רבי האט ארומגערעדט אז בזכות שמירת שבת קען מען תשובה טוהן אזוי ווי עס שטייט 'כל השומר שבת כהלכתו מוחלין לו על כל עוונותיו' האט דער רבי געזאגט אז די סיבה איז ווייל לכאורה ווען איינער טוט תשובה שטעלט זיך די קשיא פון 'אי מלכא אנא עד השתא מאי לא אתית לגבאי' ווי ביסטו געווען ביז יעצט? עס גייט דאך ארויס יעדן טאג א בת קול,
נאר פון די מצוה פון שבת זעט מען אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום אין א טאטע פרעגט נישט אויף זיין קינד ווי ער איז געווען ביז יעצט ווייל א טאטע האט א השתוקוקות צו זיין קינד און ער איז אים מקבל אין א יעדע צייט און אין א יעדע מצב במילא איז נישט דא די קשיא פון 'אי מלכא אנא' און מען נעמט אן די תשובה,
און דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי התעורורות לימי השובבים אז עס איז שוין אדורך זיבן וואכן פון שובבים און לכאורה אויב איינער גייט יעצט וועלן תשובה טוהן שטעלט זיך די קשיא פון 'אי מלכא אנא'?
נאר מען האט געליינט היינט 'ויקחו לי תרומה' וואס פון דעם זעט מען אז הקב"ה איז א כהן, און לכאורה אויב הקב"ה איז א כהן וויאזוי האט ער זיך געקענט מטמא זיין צו משה רבינו און אזוי אויך אראפקומען קיין מצרים ביי מכת בכורות ווען מצרים איז מלאי גלילים ועבודה זרה? נאר פון דעם איז א ראי' אז הקב"ה האט א דין אב לבנים צו כלל ישראל, במילא נעמט מען פון דעם שטארקע חיזוק אז מען קען נאך יעצט תשובה טוהן, און דער רבי האט געזאגט אז מען האט נאך איין וואך פון די ימי השובבים און יעדער איינער ווייסט וואס ער דארף מתקן זיין און מען דארף זען אויסצוניצן די צייט וואס איז נאך געבליבן,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה אז מען איז אריין אין די ימי השמחה אין חודש אדר זאל הקב"ה העלפן אז מען זאל האבן די זכי' צו תשובה טוהן מתוך שמחה און זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפ
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין
שושנת יעקב: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמואל מרדכי ב''ר משה מנחם שלעזינגער
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:25
א גוטע וואך.
~🌴~