פרייטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תרומה=
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הפדיון הבן פון נכדו בן הרה''ג ר' משולם זושא ראזענבוים חתן הגה''צ רבי חנוך העניך אשכנזי שליט"א - חדב''ן ורב דביהמ''ד אבני צדק.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין בית המדרש.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין געקומען צום סעודת פדיון הבן אין היכל הביהמ"ד.
נאכן זיך וואשן האט רבינו שליט''א געעפנט די חלה אן א מעסער כנהוג אום ערב שבת.
דערנאך איז פארגעקומען דער פדיון.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן, הגה"צ רב דביהמ"ד, און די זיידע הגה"צ אב"ד אודווארי שליט''א.
נאך די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "בכור בני אפדה" און אריין געטייטשט אז אין זכות פון פדיון הבן וועט דער אויבערשטער אונז אויסלייזן פון גלות.
מיט בענטשן האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם כהן, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
א גוט שבת
~🌴~