זונטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר יואל אפענהיים.
ב''ר חיים זאלצער.
ב''ר מרדכי לייב מיטטלמאן.
ב''ר אברהם יצחק גאלדבערגער ע''ה.
ב''ר אברהם משה טויב.
ב''ר ישראל הורוויץ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' גדלי' לענעראוויטש ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 4:30 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ג ר' ליפא מרגליות זצ"ל - ר"י תורה תמימה פלעטבוש וואס איז פארגעקומען ביים ביה"ח דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם מתתי' קאהן און הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' וואלף בר"מ לאנדא און ר' משה ברח"א ווייס, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 7:30 האט דער רבי באזוכט ביי די מתמידים רץ למשנה בהנהלת הר"ר אלימלך שווארץ שליט"א אין די בית רחל בנין הירש -ג"ב -לאנדא בילדינג, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א געוואלדיגע קורת רוח.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלום אליעזר גראד און ר' יצחק פייערשטיין,
און פון די מחותנים ר' אשר אנשיל ווייזער און ר' דוד ביקעל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:45, און נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~