שבת קודש פרשת יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת יתרו
ארום 5:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
פאר קבלת שבת איז פארגעקומען די אפיעל פאר קהלתינו הק' אין קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יהודה כ"ץ שליט"א - דומ"ץ דקהל ויצב אברהם באוסטראליע.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמעון הערשאפט - לאנדאן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף בנימין שטערן מנהל במוסדותינו הק' בב"פ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שמעון הערשאפט.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וישמע יתרו כהן מדין און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מקבלין גרים או אין מקבלין גרים.
קה אכסוף: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו - לאנדאן שליט"א - וומ"ס.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יהודה כ"ץ שליט"א - דומ"ץ דקהל ויצב אברהם באוסטראליע.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ג שבט.
קה רבון עלם: הר"ר יואל אפענהיים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע צענדליגע חתנים פון די לעצטערע וואכן זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ריקודין אויף עליונים ששו און ובאו כולם לכבוד שבת קבלת התורה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד חנני' ווייס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער.
כהן: ר' מאיר פריעדמאן, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן.
שלישי: החתן יואל משה ב"ר וואלף בר"מ לאנדא - באווארפן.
רביעי: החתן ישכר בעריש ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער.
חמישי: החתן משה ב"ר דוד חנני' ווייס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"ש כ"ץ.
ר' חיים מענדל פייערשטיין.
ר' חיים מענדל אקער.
ר' חיים מיכל שווארץ.
ר' יואל בר"מ פערל.
שביעי: החתן ב"ר יואל מיטעלמאן.
אחרון: החתן גרשון ב"ר שמשון גפן.
מפטיר: החתן ב"ר ישראל מנחם זילבערשטיין.
הגבה: הרה"ח ר' עזריאל לעפקאוויטש - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה ברח"א ווייס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' לייבל רייכמאן - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל שפיצער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יודא כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' עזרא נייהויזער - טאהש.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר יוסף בנימין שטערן - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ויחד יתרו על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל ווי רש"י ברענגט א מדרש אז נעשה בשרו חדודין חדודין ומיצר על אבוד מצרים, לכאורה פארוואס טאקע האט זיך יתרו מיצר געווען על אבוד מצרים?
האט דער רבי נאכגעזאגט א חתם סופר ווי ער פרעגט אז לכאורה פארוואס האבן די מצריים באקומען די עונש חנק לכאורה א רוצח איז דינו בסייף, זאגט די חתם סופר אז וויבאלד די מצריים האבן מכשיל געווען כלל ישראל מיט ראיות אסורות און מחשבת עריות און ביי זנות איז דינו בחנק במילא פארדעם זענען די מצריים נענש געווארן מיט טבעו בים וואס דאס איז חנק,
האט דער רבי געזאגט אז פארדעם ווען 'וישמע יתרו את כל התלאה אשר מצאתם בדרך' און משה רבינו האט אים פארציילט אז די מצריים זענען נענש געווארן מיט מיתת חנק וויבאלד זיי האבן מכשיל געווען כלל ישראל מיט מחשבת עריות האט יתרו פארשטאנען די חומר הענין פון מחשבות אסורות איז 'נעשה בשרו חדודין חדודין' און ער האט אנגעהויבן תשובה צו טוהן אויף זיינע חטאים פון מחשבות אסורות.
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעורות לימי השובבים און געזאגט אז מען טרעט יעצט אריין אין די לעצטע וואך פון די ימי השובבים, און ארויסגעברענגט אז מען דארף געדענקען צו תשובה טוהן אפילו אויף די מחשבות, און צו מאכן גדרים וסיגים לעריות ח"ו נישט נכשל צו ווערן מיט אזעלכע הארבע ענינים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' לייבל רייכמאן - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר דוד חנני' ווייס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
א גוטע וואך.
~🌴~