דאנערשטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק יעקב שניצער ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל האפמאן.
ב''ר יצחק לעווי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די לויה פון הב' דוב יהודה ע"ה בן יבלחט"א ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו, פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און דערנאך מלוה געווען די מטה.
נאכמיטאג ארום 3:00 אזייגער איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' עזריאל שפיצער בביתו. ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל מנחם ליכטענשטיין און ר' יעקב אלי' רייזמאן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם מענדל ווערטהיימער און ר' יצחק מנחם בערגער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה ארום 10:15 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרה"ג ר' יהודה כ"ץ שליט"א דומ''ץ דקהל ויצב אברהם אוסטראליע, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער שחיטה אין אוסטראליע, און איבער די קהלה דארט, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אליעזר קליין און ר' זלמן לייב בראך, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~