מיטוואך יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי עקשטיין אינעם בנין פון מבצר הכוללים, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל טעללער.
ב''ר יצחק צבי יוסף פריעדריך.
ב''ר פסח יוסף קאהן.
ב''ר אשר אנטשיל קארפן.
ב''ר משה אברהם טעללער.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ"ד ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר דרוממער און ר' יואל אינדיג, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שמואל אפרים גאלד און ר' הלל כהנא, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א -יו"ר מערכת הכשרות שע"י איגוד הרבנים בעיר מאנטשעסטער, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער שחיטה און נאך,
דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן און געגעבן א מתנה א ספר לב אהרן.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדל און ר' יונה דוד פערל, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער אויפגענומען ביז ארום 12:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~