דינסטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג יתרו=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן - ק"י.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
ארום 1:00 אזייגער האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה הרה"ח ר' יודא הערש בערגער - ק"י.
ארום 1:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין פאלם ספרינגס אויפן וועג צום עירפארט, און ארום 2:45 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 10:05 האט די פליגער געלאנדעט אין נוארק עירפארט, ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין עירפארט. בעל תפילה: הב' עמרם יואל ב"ר יודל שאלאמאן - ב"פ.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מאיר משה מארקאוויטש ע"פ אמו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
א גוטע נאכט.
~🌴~