מאנטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג יתרו=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן - ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' חיים האלפערט - לאס אנדזשעלעס.
כהן: הרה"ח ר' חיים יצחק שווארץ - אנטווערפן.
לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א .
הגבה: הרה"ח ר' ברוך פיש - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יוסף אקערמאן - ק"י.
נאך שחרית האט הב' יעקב ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש - ק"י איבערגעגעבן א תירוץ פאר רבינו שליט"א אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן אויף פאלם ספרינגס.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט פארשידענארטיגע מנהגים איבער חמשה עשר בשבט און איבער זאגן די תפילה לאתרוג נאה חמשה עשר בשבט, און איבער די מנהג פון עסן פירות ביי קידוש יום שב"ק ביי רבוה"ק ז"ל.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:30 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די רדיפות וואס רבנים פלעגן מיטמאכן אין די אלטע היים.
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען אינעם שטאטישן ביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, און דערנאך געפראוועט א פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט,
מען האט צום ערשט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון א טייטל און פונעם אתרוג קאמפאט, דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך פארטיילט פירות פארן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~