מיטוואך בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בשלח=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א - חדב"ן.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פונעם בעל התניא וצאצאיו און בפרט איבערן מהריי"צ מלובאוויטש זצ"ל וועמענס יארצייט איז היינט געפאלן, און איבער די מהלכים און אופנים וויאזוי מען כשר'ט א מקוה.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער די עבודה פון די תלמידי הבעש"ט צו ארומפארן און אויפהייבן די פראסטע אידן צו אידישקייט, און איבער די ענין פון געבן א נאמען נאך א זיידע אדער א רבי.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~