דינסטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בשלח=
ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער.
נאך שחרית האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די ענין און מקור פון זאגן פרשת המן אום ג' בשלח, און איבער די עבודת התפילה ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:20 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים אין כלל ישראל און די חילוקים וויאזוי מען פירט זיך דערביי אין יעדע קהילה, און איבער סיפורים נפלאים ביי די תלמידי בעש"ט.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~