מוצ"ש פרשת בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש פרשת בא=
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און אב"ד היבנוב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין שטאטישן ביהמ"ד צום סעודת הילולא לרגל יומדה"ק פון זקינו מרן בעל עצי חיים זי"ע
דער רבי האט זיך געוואשן און מען האט געזינגען די זמירות, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בארשט מיט קוגל.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה קליין שליט"א - לאס אנדזשעלעס.
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון הר"ר אברהם חיים הורוויץ שליט"א אב"ד רודניק לאס אנדזשעלעס נכד בעל הילולא.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
א גוטע וואך.
~🌴~