שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך די שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צו אלע תפילות און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל עצי חיים זי"ע.
הבו לה' האט דער רבי פארגעזאגט פסוק ביי פסוק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:15 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק למען רבות מופתי בארץ מצרים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - ק"י.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן בעל עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת ו' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר'
יודל פערלשטיין - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות, און בשעת די פירות האט דער רבי ממשיך געווען מיט סיפורים פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין - ק"י.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 10:55.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו ברכות ופסוקי דזמרה און תפילת שחרית.
מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק.
פארן ליינען איז פארגעקומען א אפיעל פארן ביהמ"ד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה - פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה ברוך זילבער - ב"פ.
בעל קורא הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף - וומ"ס.
לוי: ר' בנציון אפסטפעלד - ב"פ.
שלישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
רביעי: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א - ב"פ.
חמישי: הרה"ח ר' וואלף ברוינער - ב"פ.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יואל עפשטיין - ק"י, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א לרגל הולדת בנו למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם מאסרי - ק"י.
הוספות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער - סקווירא.
הרה"ח ר' יואל אלתר גאלדבערגער - וומ"ס.
החתן ליפא מאשקאוויטש.
הרה"ח ר' יואל עפשטיין.
אחרון: הרה"ח ר' ישעי' ברוינער - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש.
הגבה: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער - וומ"ס.
גלילה: הב' שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"י שווארץ - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:35.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה, נאך קדיש האט דער רבי געמאכט א עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג - וומ"ס.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן - ק"י.
לוי הר"ר יואל ווערצבערגער - ק"י.
שלישי: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה אונגאר - סקווירא.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
מען האט געזינגען די נענועים ניגון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע.
שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף ברוינער.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק היום אתם יוצאים בחודש האביב, שטייט אין דברי יחזקאל אז די זוה"ק שרייבט אז בזכות מצות מצה גייט מען ארויס זכאי בדין, און ער טייטשט 'היום אתם יוצאים' היום דא ראש השנה 'אתם יוצאים' גייט מען ארויס זכאי בדין 'בחודש האביב' אין די זכות פון די מצה וואס מען עסט בחודש האביב, לכאורה וואס איז די שייכות פארוואס טאקע גייט מען ארויס זכאי בדין ראש השנה אין זכות פון אכילת מצה אום פסח?
האט דער רבי געזאגט אז מען שטייט יעצט אין די ימי השובבים וואס אין זוה"ק שטייט אז די טעג איז מסוגל פאר תשובה בפרט פאר עניני קדושה, שטייט אין אלשיך הק' אויף 'השמיעינו את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה' אז ווען איז 'השמיעינו את קולך' נאר ווען עס איז 'ומראיך נאוה' אז מען זעט אויס שיין וואס דאס איז ווען מען האט דעם צלם אלוקים, אבער ח"ו ווען מען זינדיגט פארלירט מען דעם צלם אלוקים און די תפילות ווערן נישט נתקבל און מען קען נישט תשובה טוהן, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז דא אזויפיל לבבות נשברות ווייל עס איז נישט 'ומראיך נאוה' במילא איז נישט 'קולך ערב' און די תפילות ווערן נישט נתקבל,
שטייט אין תפארת שלמה אז די סגולה פון מצות מצה איז ניצל צו ווען א גאנץ יאר פון די חטאים בעניני קדושה, און ער טייטשט 'ושמרתם את המצות' אז די מצה איז א שמירה פאר א גאנץ יאר ניצל צו ווערן פון די חטאים,
קומט אויס אז אין זכות פון אכילת מצה ווערט מען ניצל פון די חטאים במילא פארלירט מען נישט דעם צלם אלוקים ווערן די תפילות נתקבל, און פארדעם איז די מצה א לחם שעונין עליו דברים הרבה ווייל עס איז 'עונין עליו דברים הרבה' מען קען דורך די מצה מתפלל זיין אסאך זאכן און די תפילות ווערן נתקבל,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט לענגערע דברי התעורורות לימי השובבים אז מען דארף זען זיך אפצוהיטן די אויגן און די מעשים אז מען זאל ח"ו נישט פארלירן דעם צלם אלוקים און די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מצה איז ר"ת מ'כל צ'רה ה'יצילנו אז אין זכות פון אכילת מצה ווערט מען אפגעהיטן פון אלע צרות, און אנגעווינטשן אז עס זאל שוין זיין "מכל צרה הצילנו" און "הקב"ה יאמר לצרת ישראל די" בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר - מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' וואלף ברוינער.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:50.
א גוטע וואך.
~🌴~