דאנערשטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בא=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: ר' יואל סאאל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש.
כהן: הרה"ח ר' שמואל משה פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
גלילה: ר' יצחק אלימלך וויינבערגער.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה''ק ר' משה לייב סאסוב'ער זי''ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם טאג, און איבער די מערכה כבידה בארה''ק איבער די נומערן פאר די כשרע טעלפאנען.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער די אופני ומהלכי השחיטה און איבער די כשרות המאכלים אמאל און היינט.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א מיט שיינע ענינים בנוגע ניטל.
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
=פרייטאג בא=
ארום 8:30 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער.
נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שקיעה הנראית פון פאלם ספרינגס און פון ירושלים, און איבער די זמני התפילה בשעת מען איז אויפן פליגער.
א גוט שבת.
~🌴~