מיטוואך בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בא=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: ר' ישעי' אשר זעליג גאלדמאן.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי ישראל אום ניטל.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קשר דאוריתא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט די גדולי ישראל אין די בראשית יארן אין אמעריקע.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~