דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל יודא הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם זאנוויל דרוממער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך די בריתן האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאכן דאווענען.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר ישראל מנחם שניצלער הי''ו.
ב''ר שמואל לייב פריעד הי''ו.
ב''ר מאיר יקותיאל יודא לאקס הי''ו.
ב''ר יואל ב''ר יוסף דרומער הי''ו.
ב''ר שמואל בנימין סופר הי''ו.
דערנאך האט רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי שמואל גארליצער זצ"ל.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א, בן הנולד אצל נכדו הרב בעריש בן בנו הר"ר יודל הורוויץ שליט"א וחתן הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א בן האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א וחתן האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדר אברהם יודא,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, פארן בעל ברית ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג,
דערנאך האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד הלכה ברורה ווי עס איז פארגעקומען די ברית פון נכד משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, בן הנולד אצל נכדו הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, ובפרט פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א - ראש ישיבת סאוט פאלסבורג היושב ע"פ בנו ע"ה,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און א ברכת תנחומין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~