מאנטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג.
בחדרו הפרטי האט דער רבי ממנה געווען עטליכע בחורים פון יעדע סניף וועלכע זאלן זיין ממונה אבאכט צו געבן און מעורר זיין די חתנים צו נעמען נאר ערליכע מוזיק ביי זייערע חתונות,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זינגען און טאנצן נאר אויף ערליכע און חסידישע מוזיק ביי א חתונה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בחורים עסקנים.
ארום 1:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ספעציעלע אויפנאמע פארן הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל יר"ה ארויס צו צייגן די הכרת הטוב וואס די חרדי'שע אידנטום האט פארן גאווערנער פארן אדורכפירן דעם גינסטיגן געזעץ פארגאנגענע יאר לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק,
עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקריה, ראשי הקהילה והמוסדות, אינאיינעם מיט עסקני קהלתינו הק' און כלל טוער פון אנדערע שטעט, צווישן אנדערע הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' יודא לייב זארגער הי"ו, און דער חרדי'שער אסעמבלימאן פון בארא פארק בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו,
איידערן אויפנאמע איז די גאווערנער אריבער צו די בניני הבית רחל ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א א מלכות'דיגע אויפנאמע דורך די אריבער 6,000 תלמידות בלע"ה לכבוד המלכות, און דערנאך איז די גאווערנער אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ווי די גאווערנער איז ענטפאנגען געווארן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה מיט די ריכטיגע כבוד המלכות,
די גאנצע אויפנאמע איז אהערגעשטעלט געווארן בדרך כבוד בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א ווי דער רבי איז געזיצן אויף איין טיש מיט אלע עסקנים וראשי קהילה והמוסדות, און די גאווערנער איז געזיצן אויף א באזונדערע טיש אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה,
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן העלפן פארטיידיגן דעם חינוך הטהור, און זיך באדאנקט פאר די שטענדיגע הילף פונעם גאווערנער ביי יעדע פראבלעם,
דערנאך האבן די עסקני והנהלת הקריה אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר די גינסטיגע האוזינג הילף דורך די רעגירונג וועלכע העלפט שטארק ארויס צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן, און גיבט געלט פאר די אינפאסטרוקטור, וואסער, און סוער פראיעקטן וועלכע קומען מיט דערמיט, און מען האט דערביי געבעטן די גאווערנער צו פארזיכערן אז ביוראקראטישע שטערונגען זאלן נישט שטיין אין וועג אויפצוהאלטן ביליגע דירות פראיעקטן,
ביים פארענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן און דערביי האט די גאווערנער צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס איז מעגליך במשך די קומענדיגע פיר יאר,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אנוועזנדע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז העסקן הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו געבליבן בקודש פנימה און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת הכלל והפרט, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן ווי ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר אסעמבלימאן פון ב"פ,
נאכן באזוך איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליטא מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט''א - אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א=
ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס,
ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו - ק"י,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:55, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז אין די זכות פון די בתי מדרשים אין גלות וועט מען זוכה זיין צו קענען נהנה זיין פון די קדושה פון די בית המקדש השלישי און אין די זכות פון ערליכע און הייליגע אידישע הייזער וועלן די נשים צדקניות זוכה זיין צו קענען נהנה זיין פון די קדושה פון די בית המקדש השלישי,
דער רבי האט מעורר געווען זכות אבות פון די אלע צדיקים און קדושים וועלכע מען האט אויסגערעכנט און כדי כל אחד לעצמו צו קענען משפיע זיין ברכות לרוב לכל הנאספים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא ווי דער רבי האט געבענטשט די חתן און מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו - ק"י, און הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו.
ביים זמן ר"ת ארום 7:20 איז מען ארויס צום מעמד החופה,
ביים חופה האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט סידור קידושין די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ שליט"א.
עדי קידושין: הגה"צ רבי זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
קריאת הכתיבה: די זיידע הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
ברכות ראשונות: די זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
ברכה אחריתא: די זיידע הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די שמחת החתונה,
דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:10 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:15, און אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול,
בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע װאס די יארצייט איז געפאלן אויפדערנאכט ט' חשון, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומ"ס, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה,
דערביי האט דער רב איבערגעגעבן א באריכט ווי די נייע זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה אין די 6 סניפי ישיבה קטנה און אין ישיבה לצעירים, ובפרט די גרויסע הצלחה פון די צוויי נייע מנהלים,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.
ארום 11:25 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד 15'טע עוו. שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א - אבד"ק קלעסאן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה מיט גרויס התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א אינאיינעם מיטן חתן און דערנאך מיט בני משפחתו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערביי עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
~🌴~