פרייטאג נח - אדר"ח חשון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נח - אדר"ח חשון=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל.
בעל קורא: ר' משה כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו.
כהן: ר' משה כ"ץ הי"ו.
לוי: ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: ר' יחיאל פעקעטע הי"ו.
גלילה: הבה"ח יצחק זידא ב"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
~
דעם שב"ק 'שבת ר"ח חשון' וועט רבינו שליט"א וויילן בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו,
עס וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט א הוקאפ פון שלו"ס פון פיפצן מינוט נאך זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר.
א גוט שבת.
~🌴~