דאנערשטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו.
ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
בעל תפילה: הב' יצחק ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
בעל קורא: ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו.
כהן: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.
לוי: הב' לוי יצחק ב"ר יחזקאל שרגא פערל הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאך תפילת שחרית ארום 10:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי בבית הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו אין די פארשעי געגנט ווי עס איז אריבער געקומען אויף א זיצונג קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון מאנסי מייק לאולער, אויך זענען אנוועזנד געווען הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - מראשי הנהלת העיר ק"י, און ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנסי,
דער רבי האט ארויסגעברעגט די געוואלדיגע הצלחה פון אונזער היימישע חינוך ווי מען זעט אויף די פירות וואס די מוסדות געבן ארויס, און מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים צו מבטל זיין די גזירת החינוך אין ניו יארק,
דער ספיקער האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פאר די אינדארסירונג דורך קהלתינו ומוסדותינו הק' פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן דאנאלד טראמפ פאר פרעזידענט און מייק לאולער פאר קאנגרעס אין מאנסי, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אמאל און היינט, און איבער פארשידענע מנהגי חודש תשרי,
האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:40 און מעריב ביים זמן ר"ת,
בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו.
~🌴~