זונטאג ברכה ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ברכה ב'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ב גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר חיים שרגא פריעד הי"ו.
ב"ר מאיר הערש לעווי הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי געזאגט לשם צל סוכה, און דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש צו בויען די סוכה.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' אברהם יודא הי"ו ובני משפחתו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שמחה נפתלי הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער.
~🌴~