יום הקדוש שנת תשפ"ה בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ה בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ערב יום הקדוש אינדערפרי ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י צו סליחות,
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:20,
נאך סליחות איז דער ציבור אריבער לברך ולהתברך, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת, ביים אנקומען האט דער רבי בודק געווען דער חלף, אלס שוחט האט געדינט הר"ר יואל בר"מ ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם,
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים, און ארום געגאנגען זיך אומקוקן אינעם בית השחיטה ביז ארום 7:10.
ארום 7:30 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס לקראת יום הקדוש בקרב קהלתינו הק'.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלטר פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
ב"ר ליפא בהר"ר אברהם עקשטיין שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין אינעם נייעם גיגאנטישן פליגל וועלכע איז צוגעלייגט געווארן צום ביהמ"ד אויף מעריב זייט מיט הונדערטער זיצן פאר די ימים נוראים ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע הנאה,
דערנאך איז דער רבי אריבער לביתו החדש על יד ביהמ"ד הגדול ביהמ"ד אויף 13 הופער סט. וועלכע איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק בוומ"ס, להרחבת דעתו של מרן רבינו שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א ברכה און קובע געווען די מזוזות אויף אלע טירן פונעם דירה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם ספרים שטוב,
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש האט אויפגעגעבן לעקעך כנהוג בערב יום הקדוש, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי זיך באדאנקט פאר די נגידים החשיבים נדבני הבית הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~
ארום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף,
פארן זיך וואשן צום סעודה האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד,
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן,
ביים לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר',
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים מיט א שטארקע התעוררות,
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג,
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט במה אקדם וכו' 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און געטייטשט אז פון ר"ח אלול ביז יום כיפור איז דא תתק"ס שעות און דאס איז מטהר אזוי ווי א מקוה, און די זעלבע מיט מצות קרי"ש וואס די פסוק שמע ישראל איינאיינעם מיט די אותיות און תבות איז בגי' תתק"ס, און דורך מצות קרי"ש און אמונה אין הקב"ה קען מען זיך מטהר זיין כדבעי, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:05.
דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר ד' בהיכל מאיר זעליג ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך.
דער רבי איז געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' וואלף לאנדא הי"ו.
נאך די מקוה ארום 4:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה ביי מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 4:40.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת,
פארן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול לכבוד היום, דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו החדש אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט אנגעצינדן די נרות יו"ט און די יזכור לעכט און א געזינטע לעכט, און ווי אויך האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
דער רבי האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפן אייגענעם טלית, און פארן גיין אין ביהמ"ד אנגעטוהן די טלית, קיטל, וועסטל, און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
~ליל כל נדרי~
ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד,
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד די כח פון תשובה פאר הקב"ה קומט נישט מצד השכל נאר מכח רחמיו וחסדיו פון הקב"ה פארדעם העלפט תשובה אן קיין גבול אפילו מען איז מלא חטאים, און אפילו אויב די חיצונים נעמען אוועק די מצות ומעשים טובים אבער 'על כל פשעים תכסה אהבה' און דורך מצות מילה און יום הכיפורים שחל בשבת וואס שבת איז א אות אהבה פארדעקט מען מיט דעם די חטאים און עס ניצט תשובה,
לעת כניסת היום האט דער רבי געזאגט ווידו אינאיינעם מיטן ציבור כמנהג רבותיה"ק זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן, און מיט די ספר תורה אין די הענט האט רבינו שליט"א מעורר געווען און געזאגט אז מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה אנו מלאי עון מען האט נישט גענוג עוסק געווען בתורה דאס פארגאנגענעם יאר, דער רבי האט ממשיך געווען און בבכיות עצומות געוויינט צו די תורה ממליץ טוב צו זיין פאר כלל ישראל וואס זענען סוף כל סוף דבוק אין די תורה בקשר אמיץ וחזק און מען וועט זיך מקבל זיין מער התמדה און לימוד התורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, דריי מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן בנש"ק הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן בואו ונצא און פארגעזאגט פסוק בפסוק, און ממשיך געווען מיט קבלת שבת און מערבית,
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד לב אהרן, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' ישראל אויש הי"ו, הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א, הר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א, הר"ר ישראל מאיר רובין שליט"א, הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א,
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00 אזייגער, און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט שבת און א גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
~יום הקדוש אינדערפרי~
אינדערפרי ביים מאכן די עטיפה אויפן טלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס דער רבי האט אנגעטוהן צו מוסף,
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נחמן דוב העלער הי"ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו, הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו, הרה"ח ר' בנציון מוטצען הי"ו - ב"פ,
מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:45.
מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
לוי: ר' יחזקאל שרגא בר"ע הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' חיים לעבאוויטש הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל,
ר' חיים שמעון שטיין הי"ו.
ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו.
ר' אשר יונה יאזשעף הי"ו.
ר' יוסף בנציון העללער הי"ו,
און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר הרבנית הצדיקת תליט"א און פאר די אייניקל לרפו"ש.
שביעי: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' חיים שפיטצער הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו.
הגבה: הר"ר יו"ט יוזשעף שליט"א - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:20, מען האט געזאגט יזכור און דאן איז געווען פויזע.
ארום 1:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מוסףאון צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט הנני העני ממעש,
דער רבי האט געזאגט קדיש ארום 1:20,
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש ובפרט די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי"ו, הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו, הרה"ח ר' יואל בר"א טירנויער הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו, משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:10.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי - מפטיר האט רבינו שליט"א עולה געווען.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג.
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:05.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו נעילה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו.
נאך קדיש האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן שופר און דער רבי האט אויסגעשריגן לשנה הבאה בירושלים, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:40.
דער רבי האט צוגעווארט ביז נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:00 אזייגער.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך און איז ארויס פארנט פון ביהמ"ד ווי דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה.
דערנאך איז דער רבי אריין געקומען צו הבדלה אין היכל תהילות יוסף,
נאך הבדלה האט דער רבי טועם געווען און אויסגעפאסט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים, און דער רבי איז אריין לביתו החדש שע"י הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 8:20.
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול ארום 10:45.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן און פאר די פיש האט דער רבי געזאגט ויתן לך און געזינגען די זמירות למלוה מלכה,
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן "דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן געפועל'ט א גוט געבענטשט יאר"
מיטן פיוט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב ביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
דערנאך האט דער משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז די כח און חסדים פון הקב"ה גיבט ער לויט די רצון פונעם מענטש וואס דאס קומט פון יעקב אבינו און דאס האט נישט קיין גבול, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר גאנץ כלל ישראל.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:30, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~