פרייטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א בבנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הב' יוסף ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו און הב' ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו האבן געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין און מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מסיים געווען די מסכתות.
א גוט שבת.
~🌴~