דאנערשטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב לאזאר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם לייב ראזענבערג הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט
פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א אין שכונת ברך משה המורחבת (עיקערס ענקלעיוו)
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע דירה און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטובער,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א ובני משפחתו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א - אדמו"ר משבט הלוי פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' נטע הויזער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די גמר כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' לע"נ הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו - ממציוני תלמידי הישיבה און איז אריינגעגעבן געווארן אויפדערנאכט בהיכל הישיבה,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת הישיבה, פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה ברגשי אש,
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:45 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"מ בראך הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין, און דערנאך צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ירחמיאל זאב פריעד שליט"א און הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~