מיטוואך שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך שמות
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אהרן מרדכי גראס.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א 'מעמד חתימת שטרות' ווי הרבני הנגיד ר' חיים הערש שאהן חתן הרבני הנגיד ר' שלמה חיים הייזלער ע"ה האט אפגעקויפט די זכות "שותפות יששכר זבולון" אין ראם פון חבורת ים התלמיד שע"י מתיבתא הק',
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הלל הערשקאוויטש און ר' אברהם הערש וויינבערגער, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אשר יצחק ווידער און ר' יצחק הערש פרידריך, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל וואגשאל און ר' חיים פארקאש,
און ביי די מחותנים ר' יואל שווארץ און ר' חיים טורנהיים,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז 1:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~