דינסטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג שמות
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל צבי הירשפעלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת עסק התורה סניף מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
איידער די זמני כניסה איז דער רבי געווען אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א ע"פ אחיו ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~