שבת קודש פרשת עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת עקב=
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל אקער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף כאירה הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אינעם הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה בו יותר מבשלוחו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו - ב"פ.
ברכת המזון: הגה"צ ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - אב"ד טשענסקאוויץ וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא וואס געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב.
קה רבון עלם: הרב יעקב אליעזר כהנא שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן אלטר ברוך ב"ר יואל בר"מ לעווי הי"ו.
שלישי: החתן געציל הערש ב"ר זלמן לייב בערנאטה הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן אהרן ב"ר שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן שמואל בנימין בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד בר"מ מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
ר' אליעזר גאנדעל הי"ו.
ר' ישראל מאיר פעלדמאן הי"ו.
שביעי: החתן יעקב בהר"ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו.
הוספות: החתן יואל ב"ר אברהם הערש וויינבערגער הי"ו.
החתן מרדכי ב"ר יואל שמאיע הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א.
מפטיר: ר' אברהם יצחק ברי"ק ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב קאפיל סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יצחק בערקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב ומו"צ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן מצות מיט א התלהבות און א ברען קען מען מיט דעם פארברענען און מבטל זיין די מלאכים המשחיתים וואס ווערן באשאפן פון יעדע עבירה וואס מען טוט ח"ו,
און דער רבי האט מעורר געווען אז אין די יעצטיגע טעג אין די ימי חודש אלול ותשרי די ימי התשובה דארף מען חוץ פון תשובה טוהן אויף די עבירות אויך טוהן מצוות מיט א להבת שלהבת אש צו מבטל זיין די מלאכים משחיתים כדי די תשובה זאל נתקבל ווערן,
און דאס זאגט די נביא די וואך 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' אז מען זאל קוקן אז אברהם אבינו האט מקיים געווען מצות מיט א ברען און התלהבות 'ואל הבקר רץ אברהם' און מען זאל זיך אפלערנען פון דעם, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו 'כי ניחם ה' ציון' בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד באש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יעקב ב"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו תפילת מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
מוצאי שבת איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~