פרייטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג עקב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה ניסים מזרחי הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברא"ה וויינבערגער הי"ו - לאנדאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק,
פארן ברית האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע איז געווען מוהל ביים ברית און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בבית האכסניא ביי הרה"ח ר' שמעי' רייך הי"ו בשכונת חתם סופר אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במשנתו פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, און פון די הרחבת גבולי הקדושה בעיר ק"י, און האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~