פרייטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
בעל תפילה: הב' אליעזר ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט א סיפור פונעם הייליגן שינאווע רב זי"ע בנוגע תפילין לייגן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הר"ר אברהם דוד שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביים תפילין לייגן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 7:34.
תפילת מנחה: 8:20.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:45.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:30).
מנחה ושלו"ס: 8:20.
זמן מוצש"ק 9:00.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
א גוט שבת.
~🌴~