דאנערשטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: הב' יואל ב"ר פישל סופר הי"ו - ק"י.
פתיחה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' אהרן בהר"ר אשר זעליג סאסמאן שליט"א - לעיקוואד.
נאכן דאווענען האבן שלום גענומען א קבוצה מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון ק"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען זיך שטעלן צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א וואס מען האט געלערנט אין ישיבה במשך די פארגאנגענע דריי יאר,
דערנאך דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע די הפטורה ביי די שבעה דנחמתא.
אין די פארמיטאג שעות האבן זיך געשטעלט די תלמידי ישיבה רב טוב צום פארהער בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף שו"ע יו"ד ח"א הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין די אלטע היים,
דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:25.
בעל תפילה: הב' יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו - ק"י.
נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~