דינסטאג ואתחנן - תשעה באב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ואתחנן - תשעה באב=
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
בעל קורא: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו - ק"י.
כהן: ר' ליפא ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו - ק"י.
לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו - ק"י.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו - ק"י.
גלילה: ר' משה שמואל שטיין הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות רב.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב.
די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו.
מען האט געענדיגט אום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 6:45.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - ק"י.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו - ק"י, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
אויפן וועג צו מעריב האט דער רבי פארציילט סיפורים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביים צווייטע וועלט מלחמה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:06.
בעל תפילה: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך,
דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה ביים פארקינג לאט פונעם האטעל מיט גרויס שמחה און דערנאך געוואונטשן "א גוטן חודש דער אייבערשטער זאל העלפן אז נעקסטע יאר זאל מען מער נישט דארפן פאסטן".
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
~🌴~