מאנטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הבה"ח בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
פתיחה: הרה"ח ר' אלטר אברהם אליעזר שפיטצער הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' רפאל בנימין ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:10.
בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ק"י.
נאך מנחה האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
~ליל תשעה באב~
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:25.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד.
איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
~🌴~