מאנטאג דברים - ר"ח אב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג דברים - ר"ח אב=
~המשך הנסיעה הרוממה לעיר ליזענסק להפקד בדבר ישועה ורחמים~
ארום 5:15 פארטאגס איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אינעם בנין הכנסת אורחים שע"י וועד בוני צאנז און זיך דערנאך שטארק באדאנקט פאר הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א פארן צושטעלן אלע הצטרכות'ער אין צאנז,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ליזענסק פוקד זיין די ציון המציונת קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע,
ביים אנקומען אין ליזענסק ארום 7:45 איז דער רבי צום ערשט ארויף אינעם בנין הכנסת אורחים 'רבי ר' אלימלך'ס הויף' בהנהלת הרה"ג ר' דניאל רוקח שליט"א מליזענסק פאר עטליכע מינוט ווי דער רבי האט דערביי געהערט א באריכט פון ליזענסק'ע רבי שליט"א איבער די פעולות פונעם הכנסת אורחים.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בית החיים און דערביי זיך באגריסט מיט הרב מנשה ליפשיץ הי"ו - יו"ר פונעם צענטראלן הכנסת אורחים ליזענסק,
דער רבי איז אנגעקומען אינעם אהל הק' ארום 8:00 אזייגער און דערביי מפריש געווען צדקה און געזאגט אז עס זאל זיין לע"נ די נשמה וואס וועט גיין מודיע זיין פארן צדיק אז מען איז געקומען צו זיין קבר, אזוי ווי דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט באפוילן פאר זיינע שלוחים צו טוהן ביים ציון פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע,
דער רבי האט געצינדן פינף לעכט און געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די קאפיטלעך תהילים ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט די יהי רצון לשבת ויו"ט צוליב ר"ח,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות, און זיך דערנאך משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א שטיק צייט,
מען האט געענדיגט ארום 9:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם בנין הביהמ"ד פונעם צענטראלן הכנסת אורחים ליזענסק,
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד,
צו ברכות איז צוגעגאנגען בנש"ק ר' שלום ברנ"מ ווייס הי"ו - ק"י,
בעל תפילה: הרה"ג רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל מיט א שטארקע התעוררות,
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: ר' ישעי' בר"ד ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הב' ליפא בהרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - אנטווערפן.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיב ק"י.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו - ב"ב.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן מאיר ברמ"ח ווייס הי"ו - ב"ב.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א - ק"י.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
ביים ארויסקומען פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ליזענסק,
דער רבי האט שואל געווען בשלומו און עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יארצייט פון אהרן כהנא קדישא וואס איז געפאלן בו ביום ר"ח אב, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד אין שטאט ריישא,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:50 און נאך א קורצע צייט האט זיך דער רבי'ס פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין מינכן דייטשלאנד,
דער רבי האט געלאנדעט אין מינכן ארום 2:15, און נאך א שטיק צייט ארום 4:30 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין באסטאן,
די פליגער האט געלאנדעט ארום 6:30, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב.
בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו - ק"י.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר א וועג פון ארום צוויי שעה,
ביים אנקומען ארום 9:30 איז דער רבי תיכף אריבער אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו - מאנסי.
נאך מעריב איז דער אנוועזנדע ציבור אריבער שלום נעמען און הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
"קה זכות אבות יגן עלינו וימלא ה' כל משאלות לבבינו לטובה במידה טובה וישועה ורחמים"
~🌴~