זונטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג דברים=
~המשך הנסיעה הרוממה צום שטאט איהעל לרגל די יומדה"ק פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע~
מוצש"ק ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט די שוהל הויף אויפן וועג ממשיך צו זיין די נסיעה קיין איהעל פוקד צו זיין די ציון הק' ממחרת יומא דהילולא קדישא,
נאכן גרעניץ האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אינעם שטאט טשענגער ווי די רבי האט געהאט די אכסניא אינעם בנין הכנסת אורחים שע''י וועד הכנסת אורחים טשענגער בהנהלת מחותנו האדמו"ר מגארליץ שליט"א פון ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:30, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרב ברוך יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ שליט''א און מיט די עסקני המקום און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אינעם בנין און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטובער,
ארום 7:30 איז דער רבי געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה, נאך די מקוה האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג פונעם בנין הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל,
אויפן וועג צום ביה"ח האט דער רבי געהערט א באריכט פון הר"ר ברוך יונגרייז שליט"א איבער די פילע פעולות בנוגע קדושת ביה"ח און איבער די פלענער פונעם בנין הכנסת אורחים,
דער רבי איז אנגעקומען אינעם אהל און געצינדן פינף לעכט און געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים און פארלאזט די ביה"ח.
ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג ווייטער צום שטאט איהעל,
דער רבי איז אנגעקומען קיין איהעל ארום 10:15 און אריבער צום אכסניא,
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שאטער הגדול וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די הילולא קדישא,
דער רבי האט געלייגט טו"ת און דערנאך געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מאיר הערש ווייס הי"ו - ב"ב,
בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ג ר' דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי דער ליזענסק'ע רבי שליט"א האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו באזוכן די בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק וועלכע שטייט בנשיאותו.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד הכנה לפני עלי' לציון אינעם שאטער הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן זכותו יגן עלינו,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
נאכן לחיים ארום 12:30 איז דער רבי ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילע הונדערטער אנשי שלומינו,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט און דערנאך זיך אנגעלאנט אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות בשעת דער ציבור זינגט אני מאמין בביאת המשיח,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי אנגעהויבן צו זאגן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי וואס איז נתחבר געווארן דורכן בעל הילולא זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט די יהי רצון בקול בכי פאר א לענגערע צייט און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות,
נאך א לענגערע צייט ליינען קוויטלעך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' מען האט געענדיגט ארום 1:40, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא,
בבית האכסניא זענען אריין די שומרים פון די בתי חיים אין איהעל און קאלוב וועלכע זענען אונטער די עסקני קהלתינו הק' הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און בנש"ק הר"ר איתמר מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו האט פארגעשטעלט די פילע פעולות וואס מען שטעלט צו לתועלת די אלפים ורבבות אידן וואס זענען פוקד די ציונים הקדושים במשך א גאנץ יאר און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צאנז פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו מרן קו"ק בעל דברי חיים זי"ע,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל דקהלתינו הק' בשכונת 'דברי חיים' בק"י, ויו"ר וועד בוני צאנז,
צום ערשט איז דער רבי געגאנגען אינעם מקוה זיך מטהר זיין בקדושה יתירה איידערן פוקד זיין די ציון המציונת פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע אינעם צענטראלע בנין הכנסת אורחים שע"י וועד בוני צאנז,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום זאל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה מיט א שטארקע התעוררות ודביקות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - וומ"ס.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום בית החיים, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א איבער די קשר פון רבותיה"ק לבית סיגוט זי"ע צום הייליגן דברי חיים זי"ע.
דער רבי איז אריין אינעם אהל הק' ארום 7:50 און צוגעטרעטן צום ציון קודש הקדשים באימה וביראה און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט בשעת דער רבי שטייט ביים ציון הק' בפחד ובמורא כעבדא קמיה מריה,
דער רבי האט געזאגט די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט גרויס התעוררות און דערנאך פארגעזאגט תהילים ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט די יהי רצון בבכיות רב,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון הק', מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין הכנסת אורחים - לינת הצדק בהנהלת הרה"ג רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י,
דער רבי איז ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אינעם בנין און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד אינעם בנין,
בעל תפילה: הרה"ג רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א,
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק קרייזער רב רבי אהרן זצ"ל בן מרן בעל דברי חיים זי"ע וואס די יארצייט איז געווען בו ביום ר"ח אב,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 10:00 און דער רבי איז צוריק צום צענטראלן בנין הכנסת אורחים שע"י וועד בוני צאנז פאר ארוחת ערב.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אינעם בעסקיט האטעל ווי עס איז פארגעקומען די סעודת ר"ח פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געהייסן זינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט עטליכע סיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אויסגעדריקט מיט התפעלות איבער די דערהויבנקייט און ווארעמקייט פונעם ציבור און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
~🌴~