מאנטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פנחס=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יונה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא מציעא פרק המפקיד דף לו: אין די סוגיא פון 'שומר שמסר לשומר' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
ארום 1:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און דערביי איז דער אנוועזנדער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א,
אויפן וועג ארויס פון ק"י האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ביהמ"ד טאלטשאווע ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה"צ רבי העניך מרדכי מייזליש שליט"א אב"ד טאלטשאווע היושב ע"פ אחיו הרה"צ רבי מיכאל שלמה דוב מייזליש ז"ל - רב דקהל חברה ש"ס לאנדאן.
פון דארט איז דער רבי געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:20 אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה,
ארום 3:25 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום פיפצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער,
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו - גבאי הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~