צהלו ורוני יושבת אנטווערפן
מודעה אפדעיטס ·
🌴בצל הקודש🌴
= צהלו ורוני יושבת אנטווערפן =
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אונטערנעמען א קורצע ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' אין שטאט אנטווערפן, קומענדיגן דאנערשטאג מטו"מ אויפן וועג צום מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט,
רבינו שליט"א וועט אנקומען אין שטאט אמסטערדאם - האלאנד דאנערשטאג אין די פארטאגס שעה'ן און צופארן צום שטאט אנטווערפען, וואו רבינו שליט"א איז ערווארטעט אנצוקומען בערך אום 7:30 אינדערפרי,
רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בהיכל בית המדרש הגדול דקהילתינו הק' אין אנטווערפען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו בחורי חמד און ילדי תשב"ר תושבי העיר,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים וואו רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי העיר,
אין די נאכמיטאג שעות וועט רבינו שליט"א אנקומען בהיכל הישיבה קטנה וואו רבינו שליט"א וועט פארלערנען א שיעור פאר די בחורים, און דערנאך דאווענען תפילת מנחה בהיכל הישיבה,
דערנאך וועט זיין זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי אנטווערפען לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א בבית האכסניא,
שפעטער אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:00 וועט זיך רבינו שליט"א הייבן מיט א פריוואטע פליגער צום שטאט באניע - רומעניע, וואו רבינו שליט"א וועט צופארן צום עיר האבות סיגוט און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק'.
פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.
"התעוררי התעוררי כי בא אורח"
~🌴~