דאנערשטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נתנאל ליבערמאן שליט"א מבעסערמין ע"פ אחיו ע"ה.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה די תלמידים פון ישיבת בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר צבי בוים שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די הנהלת החברה קדישא דקהלתינו הק' ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות און ענינים אויף וואס דער רבי האט געגעבן הוראת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא רייז הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~