מיטוואך בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
ב"ר ברוך גרויז הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברא"מ לאנדא הי"ו בבית הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים הערש פארקאש הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' חיים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המההודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל מאיר האלצער הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קעללנער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו און הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו און הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאך די תנאים'ס האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקני וועד קרן הבנין פונעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' אין מאנטשעסטער,
דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פארשריט פון די בוי ארבעט און איבער די ווייטערדיגע פלענער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני 'וועד לטהרינו' שע"י קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ה"ה
הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים לעניני טעכנעלאגיע,
מען איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים בעניני טעכנעלאגיע ווי דער רבי האט אדורכגעטוהן די מציאות הדברים פאר א לענגערע צייט און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות, און געגעבן ברכת הקודש פאר די עסקני הוועד.
א גוטע נאכט.
~🌴~