מאנטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חקת=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי סטרולאוויטש הי"ו.
ב"ר משה נתן גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת שאגת אריה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר בנימין באש שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד יואל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' חיים נחום לעבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' איתמר טובי' בר"ש ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~