זונטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חקת=
~בדר"ח תמוז~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברי"מ פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יחיאל יודא מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר יצחק משה ווייס הי"ו.
ב"ר יואל שאלאמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען צום מסע הלויה פון הגה"צ חו"פ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא, וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו, און בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א האבן זיך אויך משתתף געווען ביים לויה די תלמידי הישיבה,
עס האבן מספיד געווען הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א - ר"י הרמה לאנדאן דורך א הוקאפ,
הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
תלמידו הר"ר יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א,
חתנו הרה"ג ר' אהרן יוסף ראזענבוים שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי הספד בקול בכי און באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, און ארויסגעברענגט זיין דביקות אין רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע זייענדיג די שליח צו משמיע זיין משנתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע איבער די חומר פון די בחירות הטמאות פאר די אידן אין ארה"ק, און ארומגערעדט איבער זיין געוואלדיגע פירוש אויף משניות צו ברענגן די משניות לידי הבנה פאר יעדן איד און געזאגט אז רבינו הקדוש מסדר המשניות איז אים זיכער מחזיק טובה, און געבעטן פונעם חשוב'ן נפטר צו זיין א מליץ יושר פאר זיין גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל,
דערנאך האט מספיד געווען כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א דורך א הוקאפ,
דערנאך האט דער רבי מלוה געווען די מטה אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור פאר א שטיק צייט און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו און הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' יואל ברי"פ ווייס הי"ו - וומ"ס, ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~