מיטוואך שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ב"ר זאב דוב וויזענפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 4:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ירושלים, און אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה פארגאנגענע וואך,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
נאכן שקיעה ארום 8:45 (צוליב כ' סיון) האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א און הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' טובי' גדלי' פאשקעס הי"ו און הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~