דינסטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
ב"ר צבי אילאוויטש הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.
ב"ר דוד מרדכי איידליס הי"ו.
ב"ר שמואל יודא בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' אהרן מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, פארגעקומען בבית בנו הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א אין וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי נישואין ביי רבותיה"ק זי"ע לבית העצי התמרים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און עקסטער פאר גיסו הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון האברך ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר ר' יחזקאל שרגא הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו למז"ט וואס קומט פאר די וואך.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט אינעם קונטרס גנזי ש"י וואס איז ארויסגעקומען לכבוד די חתונה ווי עס זענען געדריקט געווארן פילע כתבי ידות פון צדיקים הקודמים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן און מחותנים.
~🌴~