מאנטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יודא ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' צבי משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון העסקן ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געמאכט א לחיים,
דערביי איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י רובין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר פייערשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן הדגול ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל משה ציק הי"ו - מאנטריאל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין מאנטריאל, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.
א גוטע נאכט.
~🌴~