זונטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישכר דוב היימאן הי"ו.
ב"ר אהרן קראוס הי"ו.
ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון ב"פ,
ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין ב"פ,
דערנאך איז דער רבי אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם הגה''צ גאב''ד קהילתינו שליט"א, הגה''צ אב''ד קהילתינו 15 שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר,
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - מנה"ר,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה לכבוד די חתני החומש, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן,
מען האט געענדיגט ארום 3:10.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם שטח אויף 18 און 53 וועלכע איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך מוסדותינו הק' ווי עס וועט געבויעט ווערן א גיגאנטישע בנין פאר די בית רחל,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן שטח און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנכבד ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - אדמיניסטראטאר, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט וואס קומט פאר היינט מאנטאג אויפדערנאכט,
עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי ברית'ן און נאך פילע שאלות בהלכה בהלכות מעקה און בהלכות מקוה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן דיין שליט"א ובני משפחתו.
ארום 4:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' אויף סאוט אכט,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 4:40, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי די חשוב'ע נדבנים האבן מנדב געווען גרויסע געלטער פארן ביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פון די מתפללי הביהמ''ד אז רבו ככולו פון די געלט צו בויען די בית המדרש איז געקומען פון די מתפללים און אין די לעצטע שטיק צייט האט מען אויפגעטריבן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער! וואס האט זיך אויסגעפעלט צו ענדיגען די ביהמ"ד,
דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' 'והיה' איז א לשון שמחה, 'לחם' מיינט מען די תורה, און 'תרומה' איז בגי' 'קול תפלה', ווען מען באנייט א ביהמ"ד פאר תורה און תפילה איז א שמחה פאר יעדעם איינעם,
און דער רבי האט מעורר געווען איבער די מצב אין אידישקייט היינט צוטאגס און געזאגט אז ווען מען באנייט א סאטמאר'ע ביהמ"ד דארף מען זען אז עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות וואס דאס זענען 'תורה ויראה' און דאס איז סיי מיט קביעות עתים לתורה פארן דאווענען, גיין אין מקוה, דאווענען מיט א קול און התלהבות, און אזוי אויך בעניני צניעות וואס דאס איז יראת שמים, תרומה איז א לשון הפרשה מען דארף זען צו האבן א הפרשה סיי פון די גויאישע גאס און סיי פון די אידישע גאס און אכטונג געבן אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א וועלכע איז עוסק בדבר ה' זו הלכה א גאנצן טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 5:20.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם ביהמ"ד, דער רבי איז צום ערשט ארויף אין היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו, און ר' חיים הערש סעגעדין הי"ו - חברי הנהלת קרן הבנין,
דערנאך איז דער רבי אראפ צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די חשובע נדבני הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארויסגעברענגט די חשיבות ביים רבש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען,
און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה און גמילות חסדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 5:50.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח ווי עס ווערט געבויעט דעם נייעם בנין פאר די ישיבה לצעירים אויף ראטלידזש סט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - יו"ר הנהלת הישיבה,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:10 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן וואס איז געזעצן און געלערנט ביז די חתונה און פון הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, פארן מחותן, פאר האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
פארן זמן ר"ת האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
נאכן בענטשן האט אויפגעטרעטן הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א בשם די מתפלל הביהמ"ד, און דערנאך הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו מיט דברי בדחנות,
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א און הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו און הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:45.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.
~🌴~